איך געדענק ניט, װאָס שפּעטער, װאָס פֿריִער, אױף אַ כװאַליע אין חלום פֿאַרשװינד איך. ― נאָר די מאַמע, ― זי שטײט נעבן מיר. װי אַ מאָל. װי בײַ נאַכט. אין דער קינדהײט. װען זי האָט ניט געװוּסט צי איך שלאָף. װען זי האָט ניט געהערט, צי איך אָטעם ― און איז באָרװעס אַראָפּ פֿונעם בעט און אַ לאָף, און פֿון שרעק ניט געװוּסט ― װוּ אַ טראָט טאָן. אױף דער כװאַליע ― איר בלאַסלעכע האַנט מיט אַ צערטלעכן ריר מיט אַ מילדן; אָ, איך האָב זיך איר ניגון דערמאָנט, װאָס מיט אים זי פֿאַרװיגט אירע קינדער. אַז איך קאָן ניט דעריאָגן איר קול אַז אַראָפּגעלאָזט ערגעץ איר בליק איז; נאָר זי װיגט מיך און זינגט װי אַ מאָל און איך ― איך גײ אױס פֿון מתיקות. ס'יאָגן װינטן זיך אָן, אָן אַ שיעור. זײ באַפֿאַלן דאָס ליד, דאָס באַגינטע; נאָר די מאַמע… זי שטײט נעבן מיר. װי אַ מאָל, װי בײַ נאַכט אין דער קינדהײט. Teksty umieszczone na naszej stronie są własnością wytwórni, wykonawców, osób mających do nich prawa. |
|